איראן זאגט אז די הארמוז סטרעיט וועט ווידער געעפנט ווערן ערשט נאכדעם וואס וואשינגטאן וועט אננעמען און אויספיר…

איראן זאגט אז די הארמוז סטרעיט וועט ווידער געעפנט ווערן ערשט נאכדעם וואס וואשינגטאן וועט אננעמען און אויספירן אירע זיבן תנאים, און רופט אן דעם אמעריקאנער ענטפער נישט איבערצייגנד. טעהעראן טענה'ט אז איר פארשלאג קען דורכגעפירט ווערן אין משך פון צוויי טעג. די פאדערונג קומט נאך באגרעניצטע אמעריקאנער אטאקעס אויף קעשם אינזל, נאכדעם וואס איראנער קרעפטן האבן געשאסן אויף אן אמעריקאנער עראפלאן, בשעת א טאנקער שיף לעבן עמאן איז דינסטאג געטראפן געווארן פון צוויי נישט-אידענטיפיצירטע געשאסענע אביעקטן.