Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

דער צה"ל שעף שטאב, לוטענאנט גענעראל אייל זמיר, האט אפגעשטאט אן אומגעהערטן באזוך אין א חרדי'שע הסדר ישיבה פון…

דער צה"ל שעף שטאב, לוטענאנט גענעראל אייל זמיר, האט אפגעשטאט אן אומגעהערטן באזוך אין א חרדי'שע הסדר ישיבה פון…
דער צה"ל שעף שטאב, לוטענאנט גענעראל אייל זמיר, האט אפגעשטאט אן אומגעהערטן באזוך אין א חרדי'שע הסדר ישיבה פון די "דרך חיים" נעץ אין גן יבנה, וואו מ'פארבינדט לערנען תורה מיט דינען אין מיליטער. דער ראש פון די נעץ האט געזאגט אז ס'איז די ערשטע מאל וואס א שעף שטאב באזוכט א חרדי'שע ישיבה. "אונזער ציל איז אז איר זאלט אריינגיין אין מיליטער אלס חרדי'שע אידן און ארויסגיין אלס חרדי'שע אידן," האט זמיר געזאגט פאר די בחורים. "דאס איז נישט סתם א דערקלערונג, נאר אן התחייבות פון מיליטער און פון מיר פערזענליך." ער האט געזאגט אז מ'מוז טרענירן די קאמאנדירן צו רעספעקטירן דעם לעבנסשטייגער פון חרדי'שע סאלדאטן.