אידן זענען צוריקגעקומען קיין יריחו צום ערשטן מאל זינט די אוסלו אפמאכן: צום ערשטן מאל אין די 32 יאר זינט די א…

אידן זענען צוריקגעקומען קיין יריחו צום ערשטן מאל זינט די אוסלו אפמאכן: צום ערשטן מאל אין די 32 יאר זינט די אוסלו אפמאכן האבן ארויפגעלייגט יריחו אונטער די פאלעסטינער הערשאפט, זענען אידן צוריקגעקומען צו די "עיר התמרים".
עטליכע אידישע משפחות האבן בסוד אפגעקויפט אכט הייזער ביים עק שטאט נאנט צום ירדן גרעניץ און זענען היינט אריינגעצויגן דארט. כאטש די געגנט איז א טייל פון "שטח C" און בלייבט אונטער מדינת ישראל קאנטראל, זענען די נייע איינוואוינער באגלייט געווארן דורך זיכערהייט גארדס. די גאנצע זאך איז געהאלטן געווארן שטרענג געהיים ביז'ן מאמענט וואס זיי זענען אריינגעגאנגען אין די הייזער.
לויט ווי די מועצה אזורית בנימין גיט איבער, געפינען זיך די הייזער אויף רעגירונג לאנד (אדמת מדינה) נאנט צו די ארכעאלאגישע פלעצער פון די פאלאצן וואס די שפעטערע קעניגן פון בית חשמונאי האבן געבויט. די מיליטער האט געמאלדן אז זיי זענען איבערראשט געווארן פון דעם שריט. כאטש די זאך איז לעגאל אויסגעהאלטן, ערווארט מען אז דאס וועט ארויסרופן אן אינטערנאציאנאלן שטורעם איבער די וועלט, צוליב זארג אז דאס קען ברענגען צו געוויסע געוואלדטאטן אין די געגענט