ש"ס שטייט ביי נתניהו: פארטיי רעקאמענדירט פרעמיער מיניסטער, פארדאמט "שווערע הסתה" קעגן לומדי תורה

ש"ס האט מיטוואך אוונט אפיציעל רעקאמענדירט פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו פאר פרעזידענט יצחק הערצאג צו פארמירן די קומענדיגע רעגירונג אין מדינת ישראל. די פארטיי האט אזוי מקיים געווען איר צוזאג פון פאר די בחירות, טראץ דעם וואס זי האט אנטוישט אין די בחירות און טראץ די וואקסנדע אומזיכערקייט איבער דער צוקונפט פון דער רעגירונגס קאאליציע אין לאנד.