Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

אוקראינישע דראונס האבן אטאקירט א ריזיגע לאגיסטיקס צענטער פון די באקאנטע "אזאן" (Ozon) פירמע, וואס געפינט זיך…

אוקראינישע דראונס האבן אטאקירט א ריזיגע לאגיסטיקס צענטער פון די באקאנטע "אזאן" (Ozon) פירמע, וואס געפינט זיך…
אוקראינישע דראונס האבן אטאקירט א ריזיגע לאגיסטיקס צענטער פון די באקאנטע "אזאן" (Ozon) פירמע, וואס געפינט זיך אין דרום רוסלאנד.
צוליב די אטאקע האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה ביים געביידע, וואס האט גורם געווען אז א טייל פונעם דאך זאל איינפאלן. אלע ארבעטער זענען געווארן עוואקואירט בשלום, און לויט די יעצטיגע באריכטן זענען נישטא קיין שום קרבנות אדער פארוואונדעטע.
דאס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס די זעלבע געביידע ווערט געצילט. די "אזאן" פירמע האט שוין געליטן ריזיגע שאדנס וואס ווערן געשאצט אין די הונדערטער מיליאנען, צוליב די כסדר'דיגע אטאקעס אויף זייערע וועירהאוזעס.