Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

שרעקעדיגער פייער: זעקס מענטשן זענען ל"ע אומגעקומען און זיבן אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס…

שרעקעדיגער פייער: זעקס מענטשן זענען ל"ע אומגעקומען און זיבן אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס…
שרעקעדיגער פייער: זעקס מענטשן זענען ל"ע אומגעקומען און זיבן אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס א פארניכטנדער דריי-עלארם פייער האט זיך צעפלאקערט אין א הויז אויף 653 58'סטע סטריט נעבן בארא פארק, דאנערשטאג פארטאגס. דער פייער האט אויסגעבראכן א ביסל פאר 1:40 ביינאכט, און האט זיך שנעל פארשפרייט איבער די גאנצע געביידע און אריבער צו א שכנ'ישע הויז. איבער 230 FDNY און EMS מאנשאפטן זענען צוגעקומען צום שטח. פיר קרבנות זענען דערקלערט געווארן פאר טויט אויפ'ן פלאץ, און צוויי אנדערע זענען געשטארבן אין האספיטאל. זיבן מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, צווישן זיי דריי פייער לעשער. מ'האט געטראפן ליטיום-איאן באטעריעס אויפ'ן שטח, אבער די סיבה פונעם פייער ווערט נאך אלץ אויסגעפארשט. מ'דארף נישט קיין חברה קדישא סערוויסעס און נעמען פאר תהילים בנוגע די טראגישע אינצידענט👉👉👉