Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

שרעקעדיגער פייער אין ברוקלין: 6 מענטשן זענען אומגעקומען און 7 אנדערע פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א שוו…

שרעקעדיגער פייער אין ברוקלין: 6 מענטשן זענען אומגעקומען און 7 אנדערע פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א שוו…
שרעקעדיגער פייער אין ברוקלין: 6 מענטשן זענען אומגעקומען און 7 אנדערע פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א שווערער 3rd אלארם פייער האט דאנערשטאג אינדערפרי פארכאפט א הויז ביי 653 58th סטריט נעבן בארא פארק. דער פייער האט אויסגעבראכן פאר 1:40 a.m. און זיך שנעל פארשפרייט איבער דער גאנצער געביידע און צו א דערנעבנדיגע הויז. מער ווי 230 FDNY און EMS מיטארבעטער זענען אנגעקומען. 4 מענטשן זענען אויפן ארט דערקלערט געווארן טויט, און 2 אנדערע זענען געשטארבן אין האספיטאל. 7 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט דריי פייער לעשער. ליטיום-איאן באטעריעס זענען געפונען געווארן אויפן ארט, אבער די אורזאך ווערט נאך אויסגעפארשט. מען דארף נישט קיין חברה קדישא סערוויסעס אדער נעמען פאר תהלים אין פארבינדונג מיט דעם טראגישן אינצידענט👉👉👉