אחדות אויפ'ן טיש: חשוב'ער ש"ס רב שטיצט א נתניהו-אייזנקאט רעגירונג, גרייט פאר א ראטאציע אפמאך אויף ראש הממשלה

א חשוב'ער מיטגליד פון ש"ס'עס רבנישע הנהגה האט ארויסגעזאגט שטיצע פאר א מעגליכע אחדות רעגירונג, וואס זאל צוזאמברענגען מדינת ישראל'ס ראש הממשלה בנימין נתניהו מיט'ן געוועזענעם צה"ל רמטכ"ל גדי אייזנקאט. ער האט אפילו אנגעדייט אז ער וועט אננעמען א אפמאך וואס וועט ערלויבן אז אייזנקאט זאל דינען אלס ראש הממשלה דורך א ראטאציע. אבער ער האט קלאר געמאכט אז ש"ס'עס באטייליגונג וועט אפהענגען פון א געזעץ וואס זאל באשיצן ישיבה בחורים פון די פארלאנגען זיך איינצוצייען אין מיליטער.