גוט וואס ס'ענדיגט זיך: ליכוד מ"כ זאגט מדינת ישראל זאל פייערן דעם סוף פון אמעריקאנער מיליטערישע הילף
ליכוד כנסת מיטגליד עמית הלוי באגריסט פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס מעלדונג אז אמעריקע פלאנירט אפצושטעלן די מיליטערישע הילף פאר מדינת ישראל. ער טענה'ט אז דער שריט קען פארשטארקן מדינת ישראל'ס זעלבסטשטענדיגקייט, באפרייען אירע מיליטערישע אינדוסטריעס פון אמעריקאנער באגרענעצונגען, און אפשאפן א גרויסע מקור פון דיפלאמאטישן דרוק פון וואשינגטאן.