לופטליניע שטורעם: רמי לוי'ס Israir קוקט צו איבערנעמען Arkia, אויך El Al ווייזט אינטערעס

די עוויאציע אינדוסטריע אין מדינת ישראל קען זיך באלד שטארק צוזאמשמעלצן, ווען Israir, וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך ביזנעסמאן רמי לוי, שטודירט די מעגליכקייט צו קויפן די קאנקורירנדע לופטליניע Arkia פון די נקאש פאמיליע, לויט באריכטן מיטוואך. לויט די באריכטן האט אויך El Al ארויסגעוויזן אינטערעס אין א מעגליכע איבערנעמונג, וואס רופט ארויס פראגעס איבער די צוקונפט פון קאנקורענץ און פלייט פרייזן אין מדינת ישראל.