רע"מ פארזיצער מנסור עבאס האט רעקאמענדירט פאר פרעזידענט הערצאג אז גדי אייזנקאט זאל פארמירן די קומענדיגע רעגיר…

רע"מ פארזיצער מנסור עבאס האט רעקאמענדירט פאר פרעזידענט הערצאג אז גדי אייזנקאט זאל פארמירן די קומענדיגע רעגירונג, און ער האט גערופן צו א ברייטע קאאליציע וואס קען אויך אריינרעכענען די חרדי'שע פארטייען. בעת די זיצונג האט הערצאג עטליכע מאל געדרוקט אויף עבאס ער זאל קלאר פארדאמען חמאס אלס א טעראר ארגאניזאציע, אבער עבאס האט זיך אפגעזאגט צו באנוצן דעם אויסדרוק, טראץ דעם וואס ער שטיצט אז מ'זאל זיי אפנעמען די וואפן. ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט זיך אפ, האט עבאס געזאגט אז ער דארף האבן פלאץ צו באשיצן זיין פאמיליע און צו דינען אלס א בריק, און צוגעלייגט אז די זאך איז, אין געוויסע הינזיכטן, א שאלה פון "פיקוח נפש".