אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא באטראכט צו רעזיגנירן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, בשעת ער קלערט ו…

אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא באטראכט צו רעזיגנירן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, בשעת ער קלערט וועגן לויפן פאר פרעזידענט אין 2028, לויט א באריכט וואס איז דאנערשטאג פארעפנטליכט געווארן אין די בריטישע צייטונג The Independent. דער באריכט, וואס ציטירט הויכע רעפובליקאנער קוועלער אין וואשינגטאן און פיגורן אין דער בריטישער רעגירונג, זאגט אז רוביא וויל זיך אפשר אפרוקן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן פארלוירן אין די מידטערם וואלן. די ווייסע הויז און דער סטעיט דעפארטמענט האבן שטארק אפגעלייקנט דעם באריכט.