צה"ל סאלדאטן פון די 188'טע פאנצער בריגאדע, וועלכע אפערירן אונטער די 36'סטע דיוויזיע, האבן קאנפיסקירט מער ווי…

צה"ל סאלדאטן פון די 188'טע פאנצער בריגאדע, וועלכע אפערירן אונטער די 36'סטע דיוויזיע, האבן קאנפיסקירט מער ווי 340 וואפן ביי די אפעראציעס אין די געגנטער פון בופור בערגרוקן און ליטאני טייך אין דרום לבנון. צווישן די וואפן זענען געווען RPG ראקעטן, אנטי-טאנק ראקעטן, מארטער באמבעס, עקספלאזיוון, גראנאטן, ביקסן און אמוניציע. די סאלדאטן האבן אויך אנטדעקט און חרוב געמאכט א זיבן מעטער טיפע אונטערערדישע שאכט אין א ציווילע הויז, וואו מ'האט געטראפן מעדיצינישע סופלייס און עקוויפמענט פאר לענגערע צייט אויפהאלטן זיך דארט.