JetBlue האט העכער געמאכט איר פרייז פאר טשעקט באגאזש, שוין דאס צווייטע מאל היי יאר. רוב עקאנאמי פאסאזשירן ווע…

JetBlue האט העכער געמאכט איר פרייז פאר טשעקט באגאזש, שוין דאס צווייטע מאל היי יאר. רוב עקאנאמי פאסאזשירן וועלן יעצט באצאלן כאטש $50 יעדן וועג פאר דעם ערשטן טשעקט באג, ארויף פון $39, אויף פלייטס אין אמעריקע, קאנאדע, לאטיין אמעריקע און די קאריבען. אין די ביזיע צייטן קען די פרייז פאר דעם ערשטן באג דערגרייכן $70. די עירליין האט באשולדיגט די העכערע פיול און אפעראציע קאסטן, און האט צוגעלייגט אז געוויסע קרעדיט קארד האלטער און מעמבערס פון איר לויאלטי פראגראם קענען נאך אלץ טשעקן באגאזש אומזיסט.