מדינת ישראל'ס פרעזידענט יצחק הערצאג האט געמאלדן אז ער פלאנירט איבערצוגעבן דעם מאנדאט צו שאפן די קומענדיגע רע…

מדינת ישראל'ס פרעזידענט יצחק הערצאג האט געמאלדן אז ער פלאנירט איבערצוגעבן דעם מאנדאט צו שאפן די קומענדיגע רעגירונג דעם קומענדיגן זונטאג, נאכדעם וואס די באראטונגען מיט אלע פארטייען אין כנסת זענען פארענדיגט געווארן. הערצאג האט געזאגט אז כאטש די רעזולטאטן פון די באראטונגען זעען אויס קלאר, איז נאך אלס נישט זיכער ווער עס קען טאקע שאפן א רעגירונג, צוליב די קעגנזייטיגע וועטאס צווישן די פאליטישע בלאקן און אויך אינעווייניג אין זיי. ער פלאנירט צו האלטן פערזענליכע שמועסן מיט עטליכע פארטיי פירער, און האט צוגעזאגט "נישט איבערצולאזן קיין שטיין נישט איבערגעקערט" אין די באמיאונגען אויפצושטעלן א סטאבילע רעגירונג.