Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

קיין אינדארסמענט פאר נתניהו, אבער אויך נישט קיין ברוך מיט די רעכטע: פינדרוס זאגט אז יהדות התורה'ס ערשטע ציל…

קיין אינדארסמענט פאר נתניהו, אבער אויך נישט קיין ברוך מיט די רעכטע: פינדרוס זאגט אז יהדות התורה'ס ערשטע ציל…
קיין אינדארסמענט פאר נתניהו, אבער אויך נישט קיין ברוך מיט די רעכטע: פינדרוס זאגט אז יהדות התורה'ס ערשטע ציל איז צו באשיצן די ישיבה בחורים
יהדות התורה'ס חבר כנסת ר' יצחק פינדרוס האט דאנערשטאג באטאנט אז זיין פארטיי'ס אפזאג צו רעקאמענדירן פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו צו פארמירן מדינת ישראל'ס קומענדיגע רעגירונג מיינט נישט אז זי פארלאזט איר לאנג-יעריגע פארבינדונג מיט די רעליגיעזע רעכטע. אבער ער האט אונטערגעשטראכן אז יהדות התורה איז נישט מחויב צו קיין שום קאנדידאט, און וועט באשליסן אירע פאליטישע שריט בעיקר לויט צי מ'וועט קענען אויספירן א לייזונג פאר די גיוס קריזיס וואס שטייט פאר די ישיבה בחורים.