א מעש קאמבינאציע שלאס פון א שיף וואס איז אונטערגעגאנגען מיט 450 יאר צוריק, איז יעצט געעפנט געווארן, נאכדעם ו…

א מעש קאמבינאציע שלאס פון א שיף וואס איז אונטערגעגאנגען מיט 450 יאר צוריק, איז יעצט געעפנט געווארן, נאכדעם וואס וויסנשאפטלער האבן מיט CT סקענינג טעכנאלאגיע אנטדעקט דעם קאוד. דער יארהונדערטער-אלטער קאוד פון פיר אותיות איז געווען ANCE. זיי האבן אויסגעדרייט די אותיות, און דער שלאס האט זיך גרינג אויפגעמאכט. די שיף "אן פראנסיס" איז צובראכן געווארן לעבן דעם ברעג פון וועילס אום דעצעמבער 28, 1583, אין א שרעקליכן שטורעם, ווען זי איז צוריקגעפארן פון שפאניע.