דיפלאמאטישע אפענסיוו אין יו-ען: פאלעסטינער שטופן נייע אנטי-ישראל רעזאלוציעס קעגן בויען אין יהודה ושומרון

די פאלעסטינער דעלעגאציע צום יו-ען גרייט צו א סעריע רעזאלוציעס וועלכע פארדאמען מדינת ישראל'ס אנוועזנהייט און בוי-ארבעטן אין יהודה ושומרון, מזרח ירושלים און רמת הגולן, ווען מ'ערווארט אז די שטימען אין די יו-ען גענעראל אסעמבלי וועלן פאסירן נאך פאר'ן סוף פון נאוועמבער.